Category: בד”ה

  • אבל גדול: לעגענדארע בעל קורא בחצה”ק גור הרה”ח ר’ יודל טויב ז”ל פלוצלימג נפטר געווארן אין ביהמ”ד הגדול גור

    דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    ברוך דיין האמת: גערער חסידים די בכל אתר ואתר זענען געכאפט געווארן אין שאק הערנדיג די בשורה קשה איבער די פלוצימדיגע פטירה פון הרה”ח רבי יודל טאוב ז”ל, לעגענדארע בעל קורא בחצר הקודש גור, וואס איז היינט פלוצלינג נפטר געווארן, נאכ’ן צוזאמפאלן אינעם גרויסן בית המדרש דחסידי גור אין ירושלים. טראץ מערערע פרואוון האבן די הצלה ליידער געמוזט באשטעטיגן זיין פטירה, זייענדיג אלט בלויז 76 יאר.

    רבי יודל זצ”ל איז געווען פון די חשובי בני עלייה אין א גור, א תלמיד חכם און מרביץ תורה, וועלכער האט קרוב צו פינף און צוואנציג יאר בקביעות איבערגעגעבן א דף היומי שיעור אין ירושלמי אינעם גרויסן גערער בית המדרש אין ירושלים. ער האט אויך געדינט אלס איינער פון די ראשי הנהלת כולל פולין פאר איבער דרייסיג יאר, נאכדעם וואס ער איז פארבעטן געווארן דורך הרה”ק בעל פני מנחם מגור זי”ע צו נעמען אויף זיך דעם עול הכולל.

    דער נפטר איז געווען אן איידעם ביי הרב חיים משה קנופף ז”ל, דער לאנגיאריגער בעל קורא אין גור און ראדאקטאר פון די היימישע “המודיע” צייטונג. נאך זיין שווער’ס פטירה האט ער איבערגענומען דעם אמט אלס בעל קורא אין גור, א תפקיד וואס ער האט אנגעהאלטן גאנצע 25 יאר, מידי שבת בשבתו, ומועד במועדו, מיט זיין מעכטיגן שטימע וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ”ד און די אויסטערלישע קלארקייט און דקדוק מיט וואס ער האט געליינט אין די תורה.

    ער האט זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיטן רבי’ן דער פני מנחם זי”ע, און עטליכע פון זיינע קינדער זענען היינט באקאנט אלס מרביצי תורה און עסקנים אינערהאלב די קהילות הקודש דחסידי גור.

    די לוויה גייט ארויס היינט 9:30 אויפדערנאכט פונעם בית הלוויות שמגר אין ירושלים און וועט דורכגיין פארט פון ביהמ”ד הגדול גור אויף רחוב ירמיהו אין ירושלים וואו כ”ק האדמו”ר מגור שליט”א וועט ארויסקומען צו די לוויה.

    ת.נ.צ.ב.ה.

  • רחים ומוקיר רבנן: נפטר געווארן באקאנטער תומך תורה ומקורב לגדולי ישראל הרבני החסיד ר’ שמואל יהודה קאהן ז”ל

    מיטוואך פ’ מטות מסעי • כ”ג תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    פילע חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן דינסטאג באגלייט למנוחות הרבני החסיד הנגיד ר’ שמואל יהודה קאהן ז”ל פון בני ברק, מלפנים פון אוסטראליע, וועלכער איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין דעם טיפן עלטער פון 94 יאר, נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין דורות ל”ע.

    ר’ שמואל יהודה’ס גאנצע לעבן איז געווען איין שטיק התקשרות צו צדיקים און גדולי ישראל, אנגעהויבן נאך פון די שווערע קריגס-יארן אין בודאפעסט, ווען ער האט זוכה געווען צו וואוינען בשכנות און זיין מקורב צו הרה”ק מבעלזא זי”ע, און שפעטער אין אמעריקע ווען ער האט זיך מסתופף געווען בצילו פון הרה”ק דער ריי”ץ מליובאוויטש זצ”ל.

    ער איז געווען א באקאנטע און חשוב’ע פיגור אין פילע חסידישע קרייזן, סיי אין בעלזא און אין אסאך קהילות קדושות, און האט פארמאגט א נאנטן קשר מיט פילע גדולי ישראל זכר צדיקים לברכה ויבדלו לחיים טובים; צווישן זיי הרה”ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי”ע, הרה”ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי”ע, און נאך פיל.

    א באזונדערע קשר האט ער פארמאגט מיט כ”ק אדמו”ר הרה”ק רבי יצחק מבוהוש זי”ע, צו וועם ער איז געווען איבערגעגעבן בכל נימי נפשו. ער איז געווען פון די גרעסטע שטיצער פונעם בוהושער הויף און זיך אפגעגעבן מיט דעם רבינס עניני רפואה, דער רבי זצ”ל האט אים טאקע פארשפראכן אז ער וועט אים מכיר טובה זיין בעולם העליון. אין זיין צוואה האט ר’ שמואל יהודה געבעטן מען זאל גיין מודיע זיין אויפן ציון פון דעם בוהושער רבי’ן זצ”ל איבער זיין פטירה, און אז די לוויה זאל דורכגיין דעם בית עלמין נחלת יצחק ביים מקום מנוחתו פונעם רבי’ן זצ”ל.

    ר’ שמואל יהודה איז געווען א גרויסער בעל צדקה וואס האט פארטיילט גאר גרויסע סכומים פאר תלמידי חכמים, יתומים און אלמנות מיט א ברייטער הארץ. באזונדער האט ער געבויט פילע בתי מדרשים מקוואות, און מוסדות התורה, אין במיוחד האט ער געהאט א גרויס חלק אין דעם בנין ביהמ”ד הגדול אין קרית בעלזא וואו ער האט בשעתו מנדב געווען פאנטאסטישע סומעס.

    די לוויה איז ארויס פון זיין שטוב אין בני ברק, וואו עס האבן זיך באטייליגט האדמו”רים מטשערנאביל, מאכנובקא בעלזא, בוהוש, קאזמיר, און נאך פילע רבנים חשובים, די מטה איז דורכגעגאנגען פארנט פון בית המדרש חוג חתם סופר אין שכונת זכרון מאיר, און איז דערנאך אנגעקומען צום בית המדרש בוהוש וואו עס האבן אפגעווארט די תלמידי הישיבות און א גרויסער עולם חסידים. עס האט דארט מספיד געווען הגאון רבי לייבוש טוביאס שליט”א, רב חסידי בוהוש, און דער בוהושער רבי שליט”א האט געזאגט קדיש לפני מיטתו. דערנאך איז ער געפירט געווארן צום בית החיים סגולה אין פתח תקוה וואו ער איז געקומען לקבורה.