Category: באריכט

  • פרייד צום התייסדות פון נייעם “בית דין צדק דקהל יטב לב דסאטמאר-ברוקלין” לדון ולהורות בדיני ממונות, גיטין וחליצה

    דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    חסידי סאטמאר אומעטום האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה איבער’ן התייסדות פונעם נייעם “בד”ץ דקהל יטב לב דסאטמאר” אין ברוקלין, וועלכער איז נתייסד געווארן בברכת ובהדרכת כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א, מיטן ציל צו צושטעלן פאר’ן ציבור א צוגענגליכן בית דין פאר דיני ממונות, דיני אבן העזר, גיטין וחליצה.

    דער נייעם בד”ץ איז נתייסד געווארן אויף דער איניציאטיוו פון קהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג, צוזאמען מיט די הנהלת בית הוראה, נאכדעם וואס במשך די יארן איז שטארק געוואקסן דער פארלאנג פון דעם ציבור צו האבן א באזונדערן בית דין מיט דיינים מומחים פאר דיני תורה און שאלות אין חושן משפט און אבן העזר.

    אלס אב”ד פונעם נייעם בד”ץ איז נתמנה געווארן הרה”ג המפורסם רבי אשר חיים ווייזער שליט”א, פון די פיליעריגע רבני הכולל ובד”ץ טארטיקוב, וראב”ד בד”ץ דבר המשפט, וועלכער וועט שטיין בראש פון דעם נייעם בית דין.

    פארלאפענע וואך איז אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א אין קרית יואל דער מעמד ההתייסדות, בהשתתפות בנו הגדול הגה”צ אבד”ק ור”מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט”א, דער עומד בראש הבד”ץ הגאון רבי אשר חיים ווייזער שליט”א, און די חברי הנהלת בית הוראה. במשך דעם מעמד האט דער רבי שליט”א אויסגעשמועסט די יסודות און הנהגות פונעם נייעם בית דין, אז אלעס זאל געפירט ווערן אויפ’ן העכסטן סטאנדארט, לויט די הנהגות פונעם בד”ץ אין קרית יואל.

    דער רבי שליט”א האט ווארעם געוואונטשן די חברי ההנהלה מיט הצלחה אין זייער עבודת הקודש, און ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות פון פארברייטערן דעם כח התורה וההוראה לטובת דעם ציבור.

    די בשורה האט ארויסגערופן גרויס פרייד צווישן חסידי סאטמאר און תושבי ברוקלין, און אין די נאנטע טעג וועלן נתפרסם ווערן די פולע פרטים איבער’ן נייעם בד”ץ און די דיינים מומחים וועלכע וועלן שטיין גרייט לדון ולהורות פאר’ן ציבור.

    Blog Image
  • בשורה טובה: בוי-פערמיטן פאר’ן נייעם קרית הישיבות דחסידי סקווירא אין ניו ווינדסאר באשטעטיגט

    דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    מיט אומגעהויערע שמחה האבן חסידי סקווירא בכל אתר ואתר אויפגענומען די פריידיגע בשורה מרנינה, וואס איז געמאלדן געווארן דורך די וועד ההנהלה פונעם נייעם גיגאנטישן קרית הישיבות דחסידי סקווירא אין ניו ווינדזאר, ניו יארק, אז נאך א לאנג פארצווייגטע פראצעדור און אומערמידליכע השתדלות און לעגאלע אפהאנדלונגען דורך די געטרייע הנהלה און עסקנים, האט מען נעכטן מיטוואך בשעה טובה ומוצלחת ערהאלטן די אפיציעלע בוי-פערמיטן צו קענען פאקטיש אנהויבן די מלאכת הבני’ ביים קרית הישיבות.

    דער דאזיגער גליקליכער מאמענט איז א שריט פאראויס נאכפאלגנדיג די מאסיווע קאמפיין “והראנו בבנינו” וואס איז אונטערגענומען געווארן בברכתו און אונטער דער דירעקטער הדרכה פונעם רועה נאמן כ”ק אדמו”ר מסקווירא שליט”א, אויפצובויען דעם נייעם גיגאנטישן קאמפלעקס, אין וועלכן חסידי סקווירא אומעטום האבן גענומען א חלק להגדיל תורה ולהאדירה.

    ווי ברייט באריכטערט איז מיט איבער א יאר צוריק געשלאסן געווארן דער היסטארישער מקח אויפן גיגאנטישן שטח צו דינען אלס פאסיגן אכסניא של תורה פאר די סניפי ישיבה גדולה סקווירא וועלכע זענען ביז היינט געווען קווארטירט אין געדינגענע לאקאלן אינדרויסן פון שיכון סקווירא.

    דער פראיעקט, וואס אנטהאלט א ריזן שטח רחבת ידים פון צוויי-און-צוואנציג אקער לאנד נישט ווייט פונעם סטוארט לופטפעלד און איז אפגעקויפט געווארן פאר די מעגא סומע פון דרייצן מיליאן דאלאר, פארמאגט שוין גרעסערע עקזיסטירנדע בנינים מיט גרויסע זאלן און היכלים וואס זענען געאייגנט איבערצובויען פאר די באדערפענישן פון א ישיבה גדולה מחוץ לשיכון, אין א שטילן און באשיידענעם פלאץ וואס איז גאר פאסיג אויסגעשטעלט פאר די בחורי חמד צו קענען שטייגן און הארעווען אן קיין שום שטערונגען.

    אצינד, ווען די וויכטיגע ביוראקראטישע פערמיטן זענען שוין אין א מזל’דיגע שעה באשטעטיגט געווארן, איז דער וועג אפן פאר די קאנטראקטארס און בילדערס ארויסצוגיין אויפ’ן שטח און אנהויבן די העפטיגע רענאוואציעס און די פאקטישע מלאכת הבני’, האפנדיג צו קענען בקרוב ממש פארענדיגן די גאנצע ארבעט כראוי וכיאות, כדי די הונדערטער תלמידים זאלן קענען דארט אריינמופן און עוסק זיין בתורה ובעבודה מתוך הרחבת הדעת און מנוחת הנפש.

    Blog Image
  • רחים ומוקיר רבנן: נפטר געווארן באקאנטער תומך תורה ומקורב לגדולי ישראל הרבני החסיד ר’ שמואל יהודה קאהן ז”ל

    מיטוואך פ’ מטות מסעי • כ”ג תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    פילע חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן דינסטאג באגלייט למנוחות הרבני החסיד הנגיד ר’ שמואל יהודה קאהן ז”ל פון בני ברק, מלפנים פון אוסטראליע, וועלכער איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין דעם טיפן עלטער פון 94 יאר, נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין דורות ל”ע.

    ר’ שמואל יהודה’ס גאנצע לעבן איז געווען איין שטיק התקשרות צו צדיקים און גדולי ישראל, אנגעהויבן נאך פון די שווערע קריגס-יארן אין בודאפעסט, ווען ער האט זוכה געווען צו וואוינען בשכנות און זיין מקורב צו הרה”ק מבעלזא זי”ע, און שפעטער אין אמעריקע ווען ער האט זיך מסתופף געווען בצילו פון הרה”ק דער ריי”ץ מליובאוויטש זצ”ל.

    ער איז געווען א באקאנטע און חשוב’ע פיגור אין פילע חסידישע קרייזן, סיי אין בעלזא און אין אסאך קהילות קדושות, און האט פארמאגט א נאנטן קשר מיט פילע גדולי ישראל זכר צדיקים לברכה ויבדלו לחיים טובים; צווישן זיי הרה”ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי”ע, הרה”ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי”ע, און נאך פיל.

    א באזונדערע קשר האט ער פארמאגט מיט כ”ק אדמו”ר הרה”ק רבי יצחק מבוהוש זי”ע, צו וועם ער איז געווען איבערגעגעבן בכל נימי נפשו. ער איז געווען פון די גרעסטע שטיצער פונעם בוהושער הויף און זיך אפגעגעבן מיט דעם רבינס עניני רפואה, דער רבי זצ”ל האט אים טאקע פארשפראכן אז ער וועט אים מכיר טובה זיין בעולם העליון. אין זיין צוואה האט ר’ שמואל יהודה געבעטן מען זאל גיין מודיע זיין אויפן ציון פון דעם בוהושער רבי’ן זצ”ל איבער זיין פטירה, און אז די לוויה זאל דורכגיין דעם בית עלמין נחלת יצחק ביים מקום מנוחתו פונעם רבי’ן זצ”ל.

    ר’ שמואל יהודה איז געווען א גרויסער בעל צדקה וואס האט פארטיילט גאר גרויסע סכומים פאר תלמידי חכמים, יתומים און אלמנות מיט א ברייטער הארץ. באזונדער האט ער געבויט פילע בתי מדרשים מקוואות, און מוסדות התורה, אין במיוחד האט ער געהאט א גרויס חלק אין דעם בנין ביהמ”ד הגדול אין קרית בעלזא וואו ער האט בשעתו מנדב געווען פאנטאסטישע סומעס.

    די לוויה איז ארויס פון זיין שטוב אין בני ברק, וואו עס האבן זיך באטייליגט האדמו”רים מטשערנאביל, מאכנובקא בעלזא, בוהוש, קאזמיר, און נאך פילע רבנים חשובים, די מטה איז דורכגעגאנגען פארנט פון בית המדרש חוג חתם סופר אין שכונת זכרון מאיר, און איז דערנאך אנגעקומען צום בית המדרש בוהוש וואו עס האבן אפגעווארט די תלמידי הישיבות און א גרויסער עולם חסידים. עס האט דארט מספיד געווען הגאון רבי לייבוש טוביאס שליט”א, רב חסידי בוהוש, און דער בוהושער רבי שליט”א האט געזאגט קדיש לפני מיטתו. דערנאך איז ער געפירט געווארן צום בית החיים סגולה אין פתח תקוה וואו ער איז געקומען לקבורה.