Blog

  • בקשו רחמים: האד’ מאוזרוב אנגעוויזן אויף תפילות ישראל נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע

    זונטאג פ’ דברים • כ”ז תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    בקשו רחמים: אידן איבער די וועלט, זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון כ”ק אדמו”ר מאוזרוב שליט”א, מפארי האדמורי”ם אין שטאט בני ברק, וועלכער איז היינט אינדערפרי אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע ל”ע.

    דער רבי שליט”א האט היינט געהאלטן אינמיטן דאווענען שחרית בבית מדרשו ווען ער האט אנגעהויבן נישט גוט שפירן, און איז אריין בחדרו הפרטי וואו ער איז קורצליך דערויף צוזאמגעפאלן נאכן ליידן פאר א הארץ אטאקע רח”ל.

    די הצלה וועלכע האבן זיך שוין געפונען אויף די סצענע האבן אפגעפירט דעם רבי’ן צו די “שיבא” שפיטאל אין תל השומר וואו מען האט באלד דורכגעפירט א סטענט פראצעדור. דער רבי שליט”א איז פולקאם ביים באוואוסטזיין און וועט מוזן פארבלייבן נאך עטליכע טעג אין שפיטאל אויף אבזערוואציע, מיטן האפענונג אז ער וועט בקרוב צוריקקומען צו די כוחות לאיתנו הראשון בבריות גופא ונהורא מעליא, און ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש צו לאנגע געזונטע יארן.

    דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן תנחום בנימין בן מרים לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

  • בד”ץ העדה החרדית פארופט מאסיווע עצרת מחאה פארנט פונעם מיליטערישן טורמע דעם קומענדיגן ר”ח אב

    פרייטאג פ’ מטות מסעי • כ”ה תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    אין דעם קריטישן צייט וואס אלע גדולי ישראל בארצינו הקדושה, שרייען געוואלד איבער’ן שרעקליכן מצב פון דעם גזירת הגיוס אשר כמוהו לא נהייתה, אין די מחאות פארנט פונעם מיליטערישער טורמע ווערן שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די ערשטע פלענער איבער א מאסן עצרת מחאה אדירה וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן מיטוואך ראש חודש מנחם אב, פארנט פונעם מיליטערישן טורמע נומער 10, פארופן דורך די שרי התורה חברי בית דין צדק העדה החרדית.

    די שטורמישע מחאה וועט צונויפברענגען שווערע טויזנטער אידן החרדים לדבר ה’ אין שפיץ פון די מנהיגי קהילות הקודש החונים תחת דגלה פונעם בית דין הגדול שבירושלים, להרעיש תבל ומלואה, מוחה צו זיין כדת של תורה און אויסשרייען דעם הילכיגן וויי-געשריי אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס און אקעגן די קרימינאלע אקטן מיטן האלטן ארעסטירט בחורים און אינגעלייט אויפן איינציגסטן חטא פארן זיך נישט וועלן שטעלן אינעם צבא השמד.

    די עסקנים ארבעטן יעצט אויס די גענויע דעטאלן און דעם סדר המעמד, וואס וועט אריינרעכענען פייערדיגע דרשות הסברה און שארפע דברי מחאה דורך די שרי התורה חברי הבית דין צדק און גדולי ישראל, וואס וועלן אריינצושיקן עמערס מיט חיזוק צו די אסירי ציון וואס זיצן דארט אינעווייניג אונטער די אייזערנע גראטעס, זיי זאלן וויסן און שפירן אז זיי זענען נישט אליין אינעם קאמף און אז גאנץ כלל ישראל שטייט צו זייער זייט.

    שווערע טויזנטער אידן, זקנים עם נערים, גרייטן זיך בהמוניהם ארויסצוקומען דעם קומעדיגן מיטוואך צום טורמע קלאר צו שטעלן פאר די שלטון הרשע אז קיין שום אידיש קינד וועט זיך נישט לאזן ברעכן, און מיר וועלן נישט איינרוען ביז די רשעים וועלן אראפנעמען זייערע לאפעס פון די לומדי תורתינו הקדושה.

  • השתדלו והרבו תחינה: האד’ מקאסאן הילקרעסט אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן פארלירן באוואוסטזיין

    דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    כלל ישראל ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ”ק אדמו”ר מקאסאן הילקרעסט שליט”א, וועלכער איז היינט נאכמיטאג צוזאמגעפאלן, און אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.

    דער רבי שליט”א ליידט שוין א תקופה פון א שווערע אינפעקציע, צוליב וועלכער ער האט געדארפט נעמען שטארקע מעדיקאציע. אין די לעצטע טעג האט אויסגעזעהן אז דער מצב גייט צום בעסערונג, און מען האט געהאפט אז דער רבי שליט”א האט זיך שוין ארויסגעזעהן דערפון.

    היינט אבער האט דער רבי שליט”א, פארלוירן די באוואוסטזיין און איז אוועקגעפאלן אין שטוב. הצלה איז אלארמירט געווארן פאר הילף און האבן אריינגעפירט דעם רבי’ן צו די נייעק שפיטאל נישט ווייט פון הילקרעסט. לויט די ערשטע אפשאצונגען האט דאס געהאט א שייכות צו די אינפעקציע, וואס איז ווארשיינלעך נאכנישט אינגאנצן געהיילט, און האט מעגליך גורם געווען די היינטיגן סיטואציע.

    כלל ישראל איז מתפלל לרפואת מרן נפתלי צבי בן פריידא גיטל לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

  • אבל גדול: לעגענדארע בעל קורא בחצה”ק גור הרה”ח ר’ יודל טויב ז”ל פלוצלימג נפטר געווארן אין ביהמ”ד הגדול גור

    דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    ברוך דיין האמת: גערער חסידים די בכל אתר ואתר זענען געכאפט געווארן אין שאק הערנדיג די בשורה קשה איבער די פלוצימדיגע פטירה פון הרה”ח רבי יודל טאוב ז”ל, לעגענדארע בעל קורא בחצר הקודש גור, וואס איז היינט פלוצלינג נפטר געווארן, נאכ’ן צוזאמפאלן אינעם גרויסן בית המדרש דחסידי גור אין ירושלים. טראץ מערערע פרואוון האבן די הצלה ליידער געמוזט באשטעטיגן זיין פטירה, זייענדיג אלט בלויז 76 יאר.

    רבי יודל זצ”ל איז געווען פון די חשובי בני עלייה אין א גור, א תלמיד חכם און מרביץ תורה, וועלכער האט קרוב צו פינף און צוואנציג יאר בקביעות איבערגעגעבן א דף היומי שיעור אין ירושלמי אינעם גרויסן גערער בית המדרש אין ירושלים. ער האט אויך געדינט אלס איינער פון די ראשי הנהלת כולל פולין פאר איבער דרייסיג יאר, נאכדעם וואס ער איז פארבעטן געווארן דורך הרה”ק בעל פני מנחם מגור זי”ע צו נעמען אויף זיך דעם עול הכולל.

    דער נפטר איז געווען אן איידעם ביי הרב חיים משה קנופף ז”ל, דער לאנגיאריגער בעל קורא אין גור און ראדאקטאר פון די היימישע “המודיע” צייטונג. נאך זיין שווער’ס פטירה האט ער איבערגענומען דעם אמט אלס בעל קורא אין גור, א תפקיד וואס ער האט אנגעהאלטן גאנצע 25 יאר, מידי שבת בשבתו, ומועד במועדו, מיט זיין מעכטיגן שטימע וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ”ד און די אויסטערלישע קלארקייט און דקדוק מיט וואס ער האט געליינט אין די תורה.

    ער האט זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיטן רבי’ן דער פני מנחם זי”ע, און עטליכע פון זיינע קינדער זענען היינט באקאנט אלס מרביצי תורה און עסקנים אינערהאלב די קהילות הקודש דחסידי גור.

    די לוויה גייט ארויס היינט 9:30 אויפדערנאכט פונעם בית הלוויות שמגר אין ירושלים און וועט דורכגיין פארט פון ביהמ”ד הגדול גור אויף רחוב ירמיהו אין ירושלים וואו כ”ק האדמו”ר מגור שליט”א וועט ארויסקומען צו די לוויה.

    ת.נ.צ.ב.ה.

  • בימים ההם בזמן הזה: ערשטמאליגע “היכלות” פארשטעלונג אין ירושלים וועט צייגן זעלטענע אוצרות און אידישע היסטאריע

    דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    תושבי ארץ הקודש, יונג און אלט, גרייטן זיך מיט שפאנונג מיטצוהאלטן דעם ערשטמאליגן און היסטארישן פארשטעלונג מיטן נאמען “היכלות”, וואס וועט אפגעהאלטן ווערן דעם בין הזמנים, אין די גיגאנטישע בניני האומה אין ירושלים, וואו עס וועט פאכמאניש ווערן פארגעשטעלט טויזענטער היסטארישע חפצי קודש וסגולת מלכים פון פריערדיגע צדיקים, וואס זענען יארן געווען באהאלטן ביי אנטיק זאמלער, פריוואטע ארכיוון און ביבליאטעקן, און וועלן אצינד געצייגט ווערן דערמיט אריינצוברענגען דעם ציבור אין א העכערע אטמאספערע זיך צו מקשר זיין צום לעכטיגן אמאל.

    די פארשטעלונג “היכלות” וועט פארקומען אין די בין הזמנים טעג צווישן די טעג י”ט און כ”א אב הבעל”ט, ווען די גיגאנטישע זאלן פון די בניני האומה וועלן פארוואנדלט ווערן אין אכט פארצייטישע “היכלות”, באזונדער ציממערן און בתי מדרשים וואס וועלן אפשפיגלען די אמאליגע לעבנסשטייגער פון די פריערדיגע צדיקים און אידן אינעם אלטן היים, און גלייכצייטיג וועט ערצייגט ווערן אומצאליגע חצפי קודש יקרי ערך פון אט די צדיקים און גאונים מפורסמים, טראגנדיג אן אומשאצבארע ווערד פון שווערע מיליאנען.

    א באזונדערע היכל פון די חסידישע דינאסטיעס, די חסידישע רביים און זייערע חפצי קודש, אונטערן שאטן פון די פארצייטישע אויסזעהן פונעם בית המדרש העתיק פונעם בעל שם טוב הק’ זי”ע אין מעזיבוזש.

    א באזונדערע היכל פאר די ליטווישע גדולים, אויסגעשטעלט אלס היכלי הישיבות מיט שטענדערס, היסטארישע ספרים און כתבי ידות פון די גדולי התורה אין די פריערדיגע דורות.

    א באזונדערע היכל פאר די צדיקים און מקובלים פון ספרדישע קרייזן, אנדערע אפריקאנער קרייזן און נאך. אזוי אויך וועט זיין א באזונדערע היכל הנגינה, א באזונדערע היכל “קדושי השואה” אלעס ארום די מיטמאכענישן ביים צווייטן וועלט מלחמה ה”י, און אזוי ארום נאך פארשידענע אפטיילונגען וואס וועט אריינברענגען די פארזאמלטע אין א פארצייטישע אטמאספערע, ווען אין יעדער פון די היכלות וועט פארגעשטעלט ווערן די היסטארישע חפצים און כתבי ידות, באגלייט מיט א שילדערונג איבער די רייכע היסטאריע און געשיכטע פון יעדן חפץ באזונדער.

    די פראיעקט ווערט אנגעפירט דורך דעם באקאנטן חוקר און מומחה אין די פעלד פון יודאיקע און חפצי קודש הרב יהודה ברייער, מיטן הילף פונעם שריפטשטעלער און היסטאריקער הרב טוביה פריינד שליט”א, און א שטאב אנטיק-מומחים אין היסטאריקער פון פארשידענע שיכטן און קרייזן.

    די פארשטעלונג וועט זיין געאייגנט פאר אלע יארגענג: בחורים און יונגעלייט, עלטערע אידן, בעלי בתים און בני תורה צוגלייך, זייענדיג אן איינמאליגער געלעגנהייט צו כאפן אן אריינבליק אין א גאנצע וועלט פון אידישע היסטאריע, מסורה און זעלטענע אוצרות.

    אין די יעצטיגע טעג האט זיך געעפענט די טעלעפאנישע טיקעט-פארקויף פאר’ן אלגעמיינעם ציבור וואס וויל קומען מיטלעבן די היסטארישע פארשטעלונג, רופט 03-313-2330.

    Blog Image
  • פרייד צום התייסדות פון נייעם “בית דין צדק דקהל יטב לב דסאטמאר-ברוקלין” לדון ולהורות בדיני ממונות, גיטין וחליצה

    דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    חסידי סאטמאר אומעטום האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה איבער’ן התייסדות פונעם נייעם “בד”ץ דקהל יטב לב דסאטמאר” אין ברוקלין, וועלכער איז נתייסד געווארן בברכת ובהדרכת כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א, מיטן ציל צו צושטעלן פאר’ן ציבור א צוגענגליכן בית דין פאר דיני ממונות, דיני אבן העזר, גיטין וחליצה.

    דער נייעם בד”ץ איז נתייסד געווארן אויף דער איניציאטיוו פון קהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג, צוזאמען מיט די הנהלת בית הוראה, נאכדעם וואס במשך די יארן איז שטארק געוואקסן דער פארלאנג פון דעם ציבור צו האבן א באזונדערן בית דין מיט דיינים מומחים פאר דיני תורה און שאלות אין חושן משפט און אבן העזר.

    אלס אב”ד פונעם נייעם בד”ץ איז נתמנה געווארן הרה”ג המפורסם רבי אשר חיים ווייזער שליט”א, פון די פיליעריגע רבני הכולל ובד”ץ טארטיקוב, וראב”ד בד”ץ דבר המשפט, וועלכער וועט שטיין בראש פון דעם נייעם בית דין.

    פארלאפענע וואך איז אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א אין קרית יואל דער מעמד ההתייסדות, בהשתתפות בנו הגדול הגה”צ אבד”ק ור”מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט”א, דער עומד בראש הבד”ץ הגאון רבי אשר חיים ווייזער שליט”א, און די חברי הנהלת בית הוראה. במשך דעם מעמד האט דער רבי שליט”א אויסגעשמועסט די יסודות און הנהגות פונעם נייעם בית דין, אז אלעס זאל געפירט ווערן אויפ’ן העכסטן סטאנדארט, לויט די הנהגות פונעם בד”ץ אין קרית יואל.

    דער רבי שליט”א האט ווארעם געוואונטשן די חברי ההנהלה מיט הצלחה אין זייער עבודת הקודש, און ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות פון פארברייטערן דעם כח התורה וההוראה לטובת דעם ציבור.

    די בשורה האט ארויסגערופן גרויס פרייד צווישן חסידי סאטמאר און תושבי ברוקלין, און אין די נאנטע טעג וועלן נתפרסם ווערן די פולע פרטים איבער’ן נייעם בד”ץ און די דיינים מומחים וועלכע וועלן שטיין גרייט לדון ולהורות פאר’ן ציבור.

    Blog Image
  • בשורה טובה: בוי-פערמיטן פאר’ן נייעם קרית הישיבות דחסידי סקווירא אין ניו ווינדסאר באשטעטיגט

    דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    מיט אומגעהויערע שמחה האבן חסידי סקווירא בכל אתר ואתר אויפגענומען די פריידיגע בשורה מרנינה, וואס איז געמאלדן געווארן דורך די וועד ההנהלה פונעם נייעם גיגאנטישן קרית הישיבות דחסידי סקווירא אין ניו ווינדזאר, ניו יארק, אז נאך א לאנג פארצווייגטע פראצעדור און אומערמידליכע השתדלות און לעגאלע אפהאנדלונגען דורך די געטרייע הנהלה און עסקנים, האט מען נעכטן מיטוואך בשעה טובה ומוצלחת ערהאלטן די אפיציעלע בוי-פערמיטן צו קענען פאקטיש אנהויבן די מלאכת הבני’ ביים קרית הישיבות.

    דער דאזיגער גליקליכער מאמענט איז א שריט פאראויס נאכפאלגנדיג די מאסיווע קאמפיין “והראנו בבנינו” וואס איז אונטערגענומען געווארן בברכתו און אונטער דער דירעקטער הדרכה פונעם רועה נאמן כ”ק אדמו”ר מסקווירא שליט”א, אויפצובויען דעם נייעם גיגאנטישן קאמפלעקס, אין וועלכן חסידי סקווירא אומעטום האבן גענומען א חלק להגדיל תורה ולהאדירה.

    ווי ברייט באריכטערט איז מיט איבער א יאר צוריק געשלאסן געווארן דער היסטארישער מקח אויפן גיגאנטישן שטח צו דינען אלס פאסיגן אכסניא של תורה פאר די סניפי ישיבה גדולה סקווירא וועלכע זענען ביז היינט געווען קווארטירט אין געדינגענע לאקאלן אינדרויסן פון שיכון סקווירא.

    דער פראיעקט, וואס אנטהאלט א ריזן שטח רחבת ידים פון צוויי-און-צוואנציג אקער לאנד נישט ווייט פונעם סטוארט לופטפעלד און איז אפגעקויפט געווארן פאר די מעגא סומע פון דרייצן מיליאן דאלאר, פארמאגט שוין גרעסערע עקזיסטירנדע בנינים מיט גרויסע זאלן און היכלים וואס זענען געאייגנט איבערצובויען פאר די באדערפענישן פון א ישיבה גדולה מחוץ לשיכון, אין א שטילן און באשיידענעם פלאץ וואס איז גאר פאסיג אויסגעשטעלט פאר די בחורי חמד צו קענען שטייגן און הארעווען אן קיין שום שטערונגען.

    אצינד, ווען די וויכטיגע ביוראקראטישע פערמיטן זענען שוין אין א מזל’דיגע שעה באשטעטיגט געווארן, איז דער וועג אפן פאר די קאנטראקטארס און בילדערס ארויסצוגיין אויפ’ן שטח און אנהויבן די העפטיגע רענאוואציעס און די פאקטישע מלאכת הבני’, האפנדיג צו קענען בקרוב ממש פארענדיגן די גאנצע ארבעט כראוי וכיאות, כדי די הונדערטער תלמידים זאלן קענען דארט אריינמופן און עוסק זיין בתורה ובעבודה מתוך הרחבת הדעת און מנוחת הנפש.

    Blog Image
  • רחים ומוקיר רבנן: נפטר געווארן באקאנטער תומך תורה ומקורב לגדולי ישראל הרבני החסיד ר’ שמואל יהודה קאהן ז”ל

    מיטוואך פ’ מטות מסעי • כ”ג תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    פילע חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן דינסטאג באגלייט למנוחות הרבני החסיד הנגיד ר’ שמואל יהודה קאהן ז”ל פון בני ברק, מלפנים פון אוסטראליע, וועלכער איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין דעם טיפן עלטער פון 94 יאר, נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין דורות ל”ע.

    ר’ שמואל יהודה’ס גאנצע לעבן איז געווען איין שטיק התקשרות צו צדיקים און גדולי ישראל, אנגעהויבן נאך פון די שווערע קריגס-יארן אין בודאפעסט, ווען ער האט זוכה געווען צו וואוינען בשכנות און זיין מקורב צו הרה”ק מבעלזא זי”ע, און שפעטער אין אמעריקע ווען ער האט זיך מסתופף געווען בצילו פון הרה”ק דער ריי”ץ מליובאוויטש זצ”ל.

    ער איז געווען א באקאנטע און חשוב’ע פיגור אין פילע חסידישע קרייזן, סיי אין בעלזא און אין אסאך קהילות קדושות, און האט פארמאגט א נאנטן קשר מיט פילע גדולי ישראל זכר צדיקים לברכה ויבדלו לחיים טובים; צווישן זיי הרה”ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי”ע, הרה”ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי”ע, און נאך פיל.

    א באזונדערע קשר האט ער פארמאגט מיט כ”ק אדמו”ר הרה”ק רבי יצחק מבוהוש זי”ע, צו וועם ער איז געווען איבערגעגעבן בכל נימי נפשו. ער איז געווען פון די גרעסטע שטיצער פונעם בוהושער הויף און זיך אפגעגעבן מיט דעם רבינס עניני רפואה, דער רבי זצ”ל האט אים טאקע פארשפראכן אז ער וועט אים מכיר טובה זיין בעולם העליון. אין זיין צוואה האט ר’ שמואל יהודה געבעטן מען זאל גיין מודיע זיין אויפן ציון פון דעם בוהושער רבי’ן זצ”ל איבער זיין פטירה, און אז די לוויה זאל דורכגיין דעם בית עלמין נחלת יצחק ביים מקום מנוחתו פונעם רבי’ן זצ”ל.

    ר’ שמואל יהודה איז געווען א גרויסער בעל צדקה וואס האט פארטיילט גאר גרויסע סכומים פאר תלמידי חכמים, יתומים און אלמנות מיט א ברייטער הארץ. באזונדער האט ער געבויט פילע בתי מדרשים מקוואות, און מוסדות התורה, אין במיוחד האט ער געהאט א גרויס חלק אין דעם בנין ביהמ”ד הגדול אין קרית בעלזא וואו ער האט בשעתו מנדב געווען פאנטאסטישע סומעס.

    די לוויה איז ארויס פון זיין שטוב אין בני ברק, וואו עס האבן זיך באטייליגט האדמו”רים מטשערנאביל, מאכנובקא בעלזא, בוהוש, קאזמיר, און נאך פילע רבנים חשובים, די מטה איז דורכגעגאנגען פארנט פון בית המדרש חוג חתם סופר אין שכונת זכרון מאיר, און איז דערנאך אנגעקומען צום בית המדרש בוהוש וואו עס האבן אפגעווארט די תלמידי הישיבות און א גרויסער עולם חסידים. עס האט דארט מספיד געווען הגאון רבי לייבוש טוביאס שליט”א, רב חסידי בוהוש, און דער בוהושער רבי שליט”א האט געזאגט קדיש לפני מיטתו. דערנאך איז ער געפירט געווארן צום בית החיים סגולה אין פתח תקוה וואו ער איז געקומען לקבורה.