Tag: גור‎

  • היסטארישע באגעגעניש צווישן משלחת נכבדה פון האד’ מגור ביים מעיאר פון שטאט ראדזימין אפצוראטעווען ארטיגן בית החיים

    זונטאג פ’ דברים • כ”ז תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    א דראמאטישע צונויפטרעף איז פארלאפענע וואך אפגעהאלטן געווארן צווישן הרה”צ ר’ ישראל מנחם אלתר שליט”א בן כ”ק אדמו”ר מגור שליט”א, מיט’ן הויכגעשעצטן מעיאר פון שטאט ראדזימין אין פוילן, וואו הרה”צ ר’ ישראל מנחם האט בשליחות הקודש פון מר אביו דער גערער רבי פארגעלייגט די פארלאנג איבערצובויען און מחדש זיין דעם גדר פונעם גאנצן שטח בית החיים העתיק אין שטאט, וואס איז ליידער אין לויף פון די יארן פארוואנדלט געווארן אלס שאסיי און פארק.

    אין דעם אלטן בית החיים ליגן באהאלטן קדושי עליון און פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה פון פילע דורות ארויף, צווישן זיי געפינט זיך דארט מנוחת כבודו פון דעם רבינס זיידן הרה”ק ר’ שלמה יהושע דוד מראדזימין זצ”ל, זון פונעם סבא קדישא הרה”ק ר’ יעקב ארי’ מראדזימין זי”ע.

    ביי די קריג האבן די נאציס ימ”ש ליידער חרוב געמאכט דעם בית החיים און אויף א שרעקליכן אופן מחלל געווען את פני הקודש און די עצמות המתים פון די אלע קברים רח”ל.

    בשנת תשמ”ה ווען דער גערער רבי האט זיך דאן אריינגעווארפן ראשו ורובו אין פארצווייגטע פעולות הקודש אפצוראטעווען די ציונים הקודשים לגזע אבותיו הק’ ברחבי פוילן, האט דער רבי צווישן אנדערן מצליח געווען צו מברר זיין דעם פונקטליכן אריגינעלן מקום וואו ס’איז געשטאנען דער אהל פונעם זיידן רבי שלמה יהושע דוד, און דאס איז דאן געווארן ארומגעצוימט, און שפעטער איז אויך אויפגעשטעלט געווארן א נייער אהל אויף דעם ארט.

    דורכדעם וואס עס זענען כסדר געקומען צו פארן שיירות מתפלל זיין ביים אהל הק’, און די כסדר’דיגע וואכזאם אויג וואס די עסקנים האבן געהאלטן אויף דעם ארט, איז דער אהל געווארן טאקע גוט אפגעהיטן, אבער צום באדויערן איז דער גאנצער מקום הבית החיים פארבליבן א שטח הפקר, און מיט די יארן האט די ארטיגע שטאטראט דאס ליידער פארוואנדלט אלס שאסיי און ווי אויך האט מען דארט אויפגעשטעלט א פארק פאר די שטאטישע איינוואוינער וועלכע באנוצן זיך דערמיט מיט א געוואלדיגע בזיון המתים.

    במשך די יארן האבן די עסקנים פרובירט צו פועל’ן ביי די שטאטראט צו פארצוימען דעם שטח און עס צוריק פרעזערווירן אלס בית החיים, אבער ליידער זענען די פעולות געווען אומערפאלגרייך.

    אין די לעצטערע תקופה האט זיך דער גערער רבי פון פריש אריינגעווארפן אין די פעולות הקודש, וואס איז אצינד געקרוינט געווארן מיט אן אן אומגלויבליכע סוקסעס, ווען דער מעיאר פון שטאט האט אונטערגעשריבן אויף א היסטארישן הסכם צו בויען א נייעם דויערהאפטיגן גדר ארום דעם גאנצן בית החיים.

    דאס איז פארגעקומען דורכאויס די באגעגעניש וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין שפיץ פונעם רבי’נס זון הרה”צ ר’ ישראל מנחם, וועלכער איז געקומען באגלייט מיט א דעלעגאציע פון רבני ועסקני ק”ק גור, צווישן אנדערן הגאון ר’ משה חיים דענדראוויטש שליט”א ראש ישיבת שפת אמת, הרב חנוך זייבארט ראש העיר בני ברק, הרב יהודה מארגענשטערן מנכ”ל משרד השיכון, און העסקן הרב שלמה קאפאלאוויטש וועלכער איז שוין יארן אקטיוו אין אפראטעווען דעם בית החיים אין ראדזימין.

    הגאון רבי משה חיים דענדראוויטש האט איבערגעגעבן די הארציגע ביטע אויף די ענגלישע שפראך, שילדערונג מיט גרויס רגש ווי אזוי אידן אין אלע דורות האבן זיך אפגעגעבן צו היטן אויף די קדושה פון די קברים פון זייערע עלטערן, נאך מימי אבותיהם אברהם יצחק ויעקב, און דאס איז מען אצינד ממשיך, צו קענען פארזיכערן אז דער בית החיים פון אונזערע עלטערן און זיידעס דא אין שטאט זאל בלייבן אפגעהיטן במנוחה נכונה.

    דערנאך האט הרב חנוך זייבארט פארגעשטעלט פאר’ן מעיאר אז די איינציגע שטאט אין פוילן וואס ווערט פאראייביגט אלס א גאס אין שטאט בני ברק, איז די שטאט ראדזימין, וואס צייגט ווי הייליג און וויכטיג די שטאט איז ביי אונז, פון וואס דער מעיאר איז געווארן שטארק בארירט.

    דער עסקן הרב שלמה קאפלאוויטש האט איבערראשט דעם מעיאר מיט’ן איבערגעבן א פערזענליכער מכתב געשריבן צו אים דורכ’ן פרעזידענט פון מדינת ישראל יצחק הערצאג, וואו ער בעט דעם מעיאר צו טון פאר די שמירה פונעם אידישן בית החיים אין שטאט, ווען ער לאנדט אים דערביי אויף א וויזיט אין ארץ ישראל.

    Blog Image
    Blog Image
    Blog Image
    Blog Image
    Blog Image
    Blog Image
    Blog Image
    Blog Image
    Blog Image
  • אבל גדול: לעגענדארע בעל קורא בחצה”ק גור הרה”ח ר’ יודל טויב ז”ל פלוצלימג נפטר געווארן אין ביהמ”ד הגדול גור

    דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש


    ברוך דיין האמת: גערער חסידים די בכל אתר ואתר זענען געכאפט געווארן אין שאק הערנדיג די בשורה קשה איבער די פלוצימדיגע פטירה פון הרה”ח רבי יודל טאוב ז”ל, לעגענדארע בעל קורא בחצר הקודש גור, וואס איז היינט פלוצלינג נפטר געווארן, נאכ’ן צוזאמפאלן אינעם גרויסן בית המדרש דחסידי גור אין ירושלים. טראץ מערערע פרואוון האבן די הצלה ליידער געמוזט באשטעטיגן זיין פטירה, זייענדיג אלט בלויז 76 יאר.

    רבי יודל זצ”ל איז געווען פון די חשובי בני עלייה אין א גור, א תלמיד חכם און מרביץ תורה, וועלכער האט קרוב צו פינף און צוואנציג יאר בקביעות איבערגעגעבן א דף היומי שיעור אין ירושלמי אינעם גרויסן גערער בית המדרש אין ירושלים. ער האט אויך געדינט אלס איינער פון די ראשי הנהלת כולל פולין פאר איבער דרייסיג יאר, נאכדעם וואס ער איז פארבעטן געווארן דורך הרה”ק בעל פני מנחם מגור זי”ע צו נעמען אויף זיך דעם עול הכולל.

    דער נפטר איז געווען אן איידעם ביי הרב חיים משה קנופף ז”ל, דער לאנגיאריגער בעל קורא אין גור און ראדאקטאר פון די היימישע “המודיע” צייטונג. נאך זיין שווער’ס פטירה האט ער איבערגענומען דעם אמט אלס בעל קורא אין גור, א תפקיד וואס ער האט אנגעהאלטן גאנצע 25 יאר, מידי שבת בשבתו, ומועד במועדו, מיט זיין מעכטיגן שטימע וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ”ד און די אויסטערלישע קלארקייט און דקדוק מיט וואס ער האט געליינט אין די תורה.

    ער האט זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיטן רבי’ן דער פני מנחם זי”ע, און עטליכע פון זיינע קינדער זענען היינט באקאנט אלס מרביצי תורה און עסקנים אינערהאלב די קהילות הקודש דחסידי גור.

    די לוויה גייט ארויס היינט 9:30 אויפדערנאכט פונעם בית הלוויות שמגר אין ירושלים און וועט דורכגיין פארט פון ביהמ”ד הגדול גור אויף רחוב ירמיהו אין ירושלים וואו כ”ק האדמו”ר מגור שליט”א וועט ארויסקומען צו די לוויה.

    ת.נ.צ.ב.ה.