דינסטאג פ’ עקב • י”ד אב תשפ”ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
דינסטאג פ’ עקב • י”ד אב תשפ”ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
מוצאי שבת פ’ ואתחנן • י”א אב תשפ”ו | בחצרות הקודש
א העלישע פייער האט אויסגעבראכן דעם שבת ביים מתחם הציון פונעם הייליגן בעל התניא זי”ע אין שטעטל האדיטש, אוקריינע, און האט פאראורזאכט שווערע שאדן צו עטליכע געביידעס אינעם קאמפלעקס, אריינגערעכנט דעם צענטראלן בית המדרש און די בניני הכנסת אורחים, סמוך ונראה צום ציון הק’ וועלכע זענען גענצליך פארניכטעט געווארן.
די פייער האט זיך אנגעהויבן פרייטאג צונאכטס ארום 11:30 ביינאכט, לאקאלע פייערלעשער און רעטונגס לייט זענען אין איילעניש אנגעקומען אויף די סצענע און געארבעט לאנגע שעות איבערקומען די העלישע פלאמען, בחסדי השי”ת האבן מען באוויזן ארויסצוראטעווען די ספרי תורה באצייטנס, און אלע מתפללים זענען עוועקואירט געווארן פון די געביידע.
די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג איבער די אורזאך פון דעם פייער, לויט די ערשטע אפשאצונגען האט זיך די שריפה מעגליך אנגעהויבן פון אן עלעקטרישן קורצשלוס.
דער קאמפלעקס ביים ציון הק’ אין האדיטש, איז געבויעט געווארן אין יאר תשע”ג, און דינט רונדע דעם יאר די טויזנטער אידן פון איבער דער וועלט, וועלכע קומען צו פארן דעם לאנג וועג פוקד צו זיין דעם ציון הק’ פונעם הייליגן בעל התניא, מיט א ביהמ”ד, מקוה טהרה, און אש”ל מלא מיט אלע צוגעהערן.
די פייער שאדן ווערט געשאצט אויף שווערע מיליאנען און די פארוואלטונג פונעם מתחם הציון, אין שפיץ פונעם שליח חב”ד הרה”ח ר’ שניאור דייטש הי”ו, פלאנירן שוין צוריק אויפצובויען די געשעדיגטע געביידעס, כדי צוריקצוברענגען דאס בית המדרש און הכנסת אורחים צום דינסט ווי אינגיכן.


זונטאג פ’ דברים • כ”ז תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש
א דראמאטישע צונויפטרעף איז פארלאפענע וואך אפגעהאלטן געווארן צווישן הרה”צ ר’ ישראל מנחם אלתר שליט”א בן כ”ק אדמו”ר מגור שליט”א, מיט’ן הויכגעשעצטן מעיאר פון שטאט ראדזימין אין פוילן, וואו הרה”צ ר’ ישראל מנחם האט בשליחות הקודש פון מר אביו דער גערער רבי פארגעלייגט די פארלאנג איבערצובויען און מחדש זיין דעם גדר פונעם גאנצן שטח בית החיים העתיק אין שטאט, וואס איז ליידער אין לויף פון די יארן פארוואנדלט געווארן אלס שאסיי און פארק.
אין דעם אלטן בית החיים ליגן באהאלטן קדושי עליון און פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה פון פילע דורות ארויף, צווישן זיי געפינט זיך דארט מנוחת כבודו פון דעם רבינס זיידן הרה”ק ר’ שלמה יהושע דוד מראדזימין זצ”ל, זון פונעם סבא קדישא הרה”ק ר’ יעקב ארי’ מראדזימין זי”ע.
ביי די קריג האבן די נאציס ימ”ש ליידער חרוב געמאכט דעם בית החיים און אויף א שרעקליכן אופן מחלל געווען את פני הקודש און די עצמות המתים פון די אלע קברים רח”ל.
בשנת תשמ”ה ווען דער גערער רבי האט זיך דאן אריינגעווארפן ראשו ורובו אין פארצווייגטע פעולות הקודש אפצוראטעווען די ציונים הקודשים לגזע אבותיו הק’ ברחבי פוילן, האט דער רבי צווישן אנדערן מצליח געווען צו מברר זיין דעם פונקטליכן אריגינעלן מקום וואו ס’איז געשטאנען דער אהל פונעם זיידן רבי שלמה יהושע דוד, און דאס איז דאן געווארן ארומגעצוימט, און שפעטער איז אויך אויפגעשטעלט געווארן א נייער אהל אויף דעם ארט.
דורכדעם וואס עס זענען כסדר געקומען צו פארן שיירות מתפלל זיין ביים אהל הק’, און די כסדר’דיגע וואכזאם אויג וואס די עסקנים האבן געהאלטן אויף דעם ארט, איז דער אהל געווארן טאקע גוט אפגעהיטן, אבער צום באדויערן איז דער גאנצער מקום הבית החיים פארבליבן א שטח הפקר, און מיט די יארן האט די ארטיגע שטאטראט דאס ליידער פארוואנדלט אלס שאסיי און ווי אויך האט מען דארט אויפגעשטעלט א פארק פאר די שטאטישע איינוואוינער וועלכע באנוצן זיך דערמיט מיט א געוואלדיגע בזיון המתים.
במשך די יארן האבן די עסקנים פרובירט צו פועל’ן ביי די שטאטראט צו פארצוימען דעם שטח און עס צוריק פרעזערווירן אלס בית החיים, אבער ליידער זענען די פעולות געווען אומערפאלגרייך.
אין די לעצטערע תקופה האט זיך דער גערער רבי פון פריש אריינגעווארפן אין די פעולות הקודש, וואס איז אצינד געקרוינט געווארן מיט אן אן אומגלויבליכע סוקסעס, ווען דער מעיאר פון שטאט האט אונטערגעשריבן אויף א היסטארישן הסכם צו בויען א נייעם דויערהאפטיגן גדר ארום דעם גאנצן בית החיים.
דאס איז פארגעקומען דורכאויס די באגעגעניש וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין שפיץ פונעם רבי’נס זון הרה”צ ר’ ישראל מנחם, וועלכער איז געקומען באגלייט מיט א דעלעגאציע פון רבני ועסקני ק”ק גור, צווישן אנדערן הגאון ר’ משה חיים דענדראוויטש שליט”א ראש ישיבת שפת אמת, הרב חנוך זייבארט ראש העיר בני ברק, הרב יהודה מארגענשטערן מנכ”ל משרד השיכון, און העסקן הרב שלמה קאפאלאוויטש וועלכער איז שוין יארן אקטיוו אין אפראטעווען דעם בית החיים אין ראדזימין.
הגאון רבי משה חיים דענדראוויטש האט איבערגעגעבן די הארציגע ביטע אויף די ענגלישע שפראך, שילדערונג מיט גרויס רגש ווי אזוי אידן אין אלע דורות האבן זיך אפגעגעבן צו היטן אויף די קדושה פון די קברים פון זייערע עלטערן, נאך מימי אבותיהם אברהם יצחק ויעקב, און דאס איז מען אצינד ממשיך, צו קענען פארזיכערן אז דער בית החיים פון אונזערע עלטערן און זיידעס דא אין שטאט זאל בלייבן אפגעהיטן במנוחה נכונה.
דערנאך האט הרב חנוך זייבארט פארגעשטעלט פאר’ן מעיאר אז די איינציגע שטאט אין פוילן וואס ווערט פאראייביגט אלס א גאס אין שטאט בני ברק, איז די שטאט ראדזימין, וואס צייגט ווי הייליג און וויכטיג די שטאט איז ביי אונז, פון וואס דער מעיאר איז געווארן שטארק בארירט.
דער עסקן הרב שלמה קאפלאוויטש האט איבערראשט דעם מעיאר מיט’ן איבערגעבן א פערזענליכער מכתב געשריבן צו אים דורכ’ן פרעזידענט פון מדינת ישראל יצחק הערצאג, וואו ער בעט דעם מעיאר צו טון פאר די שמירה פונעם אידישן בית החיים אין שטאט, ווען ער לאנדט אים דערביי אויף א וויזיט אין ארץ ישראל.
זונטאג פ’ דברים • כ”ז תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש
בקשו רחמים: אידן איבער די וועלט, זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון כ”ק אדמו”ר מאוזרוב שליט”א, מפארי האדמורי”ם אין שטאט בני ברק, וועלכער איז היינט אינדערפרי אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע ל”ע.
דער רבי שליט”א האט היינט געהאלטן אינמיטן דאווענען שחרית בבית מדרשו ווען ער האט אנגעהויבן נישט גוט שפירן, און איז אריין בחדרו הפרטי וואו ער איז קורצליך דערויף צוזאמגעפאלן נאכן ליידן פאר א הארץ אטאקע רח”ל.
די הצלה וועלכע האבן זיך שוין געפונען אויף די סצענע האבן אפגעפירט דעם רבי’ן צו די “שיבא” שפיטאל אין תל השומר וואו מען האט באלד דורכגעפירט א סטענט פראצעדור. דער רבי שליט”א איז פולקאם ביים באוואוסטזיין און וועט מוזן פארבלייבן נאך עטליכע טעג אין שפיטאל אויף אבזערוואציע, מיטן האפענונג אז ער וועט בקרוב צוריקקומען צו די כוחות לאיתנו הראשון בבריות גופא ונהורא מעליא, און ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש צו לאנגע געזונטע יארן.
דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן תנחום בנימין בן מרים לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.
דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת: גערער חסידים די בכל אתר ואתר זענען געכאפט געווארן אין שאק הערנדיג די בשורה קשה איבער די פלוצימדיגע פטירה פון הרה”ח רבי יודל טאוב ז”ל, לעגענדארע בעל קורא בחצר הקודש גור, וואס איז היינט פלוצלינג נפטר געווארן, נאכ’ן צוזאמפאלן אינעם גרויסן בית המדרש דחסידי גור אין ירושלים. טראץ מערערע פרואוון האבן די הצלה ליידער געמוזט באשטעטיגן זיין פטירה, זייענדיג אלט בלויז 76 יאר.
רבי יודל זצ”ל איז געווען פון די חשובי בני עלייה אין א גור, א תלמיד חכם און מרביץ תורה, וועלכער האט קרוב צו פינף און צוואנציג יאר בקביעות איבערגעגעבן א דף היומי שיעור אין ירושלמי אינעם גרויסן גערער בית המדרש אין ירושלים. ער האט אויך געדינט אלס איינער פון די ראשי הנהלת כולל פולין פאר איבער דרייסיג יאר, נאכדעם וואס ער איז פארבעטן געווארן דורך הרה”ק בעל פני מנחם מגור זי”ע צו נעמען אויף זיך דעם עול הכולל.
דער נפטר איז געווען אן איידעם ביי הרב חיים משה קנופף ז”ל, דער לאנגיאריגער בעל קורא אין גור און ראדאקטאר פון די היימישע “המודיע” צייטונג. נאך זיין שווער’ס פטירה האט ער איבערגענומען דעם אמט אלס בעל קורא אין גור, א תפקיד וואס ער האט אנגעהאלטן גאנצע 25 יאר, מידי שבת בשבתו, ומועד במועדו, מיט זיין מעכטיגן שטימע וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ”ד און די אויסטערלישע קלארקייט און דקדוק מיט וואס ער האט געליינט אין די תורה.
ער האט זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיטן רבי’ן דער פני מנחם זי”ע, און עטליכע פון זיינע קינדער זענען היינט באקאנט אלס מרביצי תורה און עסקנים אינערהאלב די קהילות הקודש דחסידי גור.
די לוויה גייט ארויס היינט 9:30 אויפדערנאכט פונעם בית הלוויות שמגר אין ירושלים און וועט דורכגיין פארט פון ביהמ”ד הגדול גור אויף רחוב ירמיהו אין ירושלים וואו כ”ק האדמו”ר מגור שליט”א וועט ארויסקומען צו די לוויה.
ת.נ.צ.ב.ה.
דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש
תושבי ארץ הקודש, יונג און אלט, גרייטן זיך מיט שפאנונג מיטצוהאלטן דעם ערשטמאליגן און היסטארישן פארשטעלונג מיטן נאמען “היכלות”, וואס וועט אפגעהאלטן ווערן דעם בין הזמנים, אין די גיגאנטישע בניני האומה אין ירושלים, וואו עס וועט פאכמאניש ווערן פארגעשטעלט טויזענטער היסטארישע חפצי קודש וסגולת מלכים פון פריערדיגע צדיקים, וואס זענען יארן געווען באהאלטן ביי אנטיק זאמלער, פריוואטע ארכיוון און ביבליאטעקן, און וועלן אצינד געצייגט ווערן דערמיט אריינצוברענגען דעם ציבור אין א העכערע אטמאספערע זיך צו מקשר זיין צום לעכטיגן אמאל.
די פארשטעלונג “היכלות” וועט פארקומען אין די בין הזמנים טעג צווישן די טעג י”ט און כ”א אב הבעל”ט, ווען די גיגאנטישע זאלן פון די בניני האומה וועלן פארוואנדלט ווערן אין אכט פארצייטישע “היכלות”, באזונדער ציממערן און בתי מדרשים וואס וועלן אפשפיגלען די אמאליגע לעבנסשטייגער פון די פריערדיגע צדיקים און אידן אינעם אלטן היים, און גלייכצייטיג וועט ערצייגט ווערן אומצאליגע חצפי קודש יקרי ערך פון אט די צדיקים און גאונים מפורסמים, טראגנדיג אן אומשאצבארע ווערד פון שווערע מיליאנען.
א באזונדערע היכל פון די חסידישע דינאסטיעס, די חסידישע רביים און זייערע חפצי קודש, אונטערן שאטן פון די פארצייטישע אויסזעהן פונעם בית המדרש העתיק פונעם בעל שם טוב הק’ זי”ע אין מעזיבוזש.
א באזונדערע היכל פאר די ליטווישע גדולים, אויסגעשטעלט אלס היכלי הישיבות מיט שטענדערס, היסטארישע ספרים און כתבי ידות פון די גדולי התורה אין די פריערדיגע דורות.
א באזונדערע היכל פאר די צדיקים און מקובלים פון ספרדישע קרייזן, אנדערע אפריקאנער קרייזן און נאך. אזוי אויך וועט זיין א באזונדערע היכל הנגינה, א באזונדערע היכל “קדושי השואה” אלעס ארום די מיטמאכענישן ביים צווייטן וועלט מלחמה ה”י, און אזוי ארום נאך פארשידענע אפטיילונגען וואס וועט אריינברענגען די פארזאמלטע אין א פארצייטישע אטמאספערע, ווען אין יעדער פון די היכלות וועט פארגעשטעלט ווערן די היסטארישע חפצים און כתבי ידות, באגלייט מיט א שילדערונג איבער די רייכע היסטאריע און געשיכטע פון יעדן חפץ באזונדער.
די פראיעקט ווערט אנגעפירט דורך דעם באקאנטן חוקר און מומחה אין די פעלד פון יודאיקע און חפצי קודש הרב יהודה ברייער, מיטן הילף פונעם שריפטשטעלער און היסטאריקער הרב טוביה פריינד שליט”א, און א שטאב אנטיק-מומחים אין היסטאריקער פון פארשידענע שיכטן און קרייזן.
די פארשטעלונג וועט זיין געאייגנט פאר אלע יארגענג: בחורים און יונגעלייט, עלטערע אידן, בעלי בתים און בני תורה צוגלייך, זייענדיג אן איינמאליגער געלעגנהייט צו כאפן אן אריינבליק אין א גאנצע וועלט פון אידישע היסטאריע, מסורה און זעלטענע אוצרות.
אין די יעצטיגע טעג האט זיך געעפענט די טעלעפאנישע טיקעט-פארקויף פאר’ן אלגעמיינעם ציבור וואס וויל קומען מיטלעבן די היסטארישע פארשטעלונג, רופט 03-313-2330.
דאנערשטאג פ’ מטות מסעי • כ”ד תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש
חסידי סאטמאר אומעטום האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה איבער’ן התייסדות פונעם נייעם “בד”ץ דקהל יטב לב דסאטמאר” אין ברוקלין, וועלכער איז נתייסד געווארן בברכת ובהדרכת כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א, מיטן ציל צו צושטעלן פאר’ן ציבור א צוגענגליכן בית דין פאר דיני ממונות, דיני אבן העזר, גיטין וחליצה.
דער נייעם בד”ץ איז נתייסד געווארן אויף דער איניציאטיוו פון קהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג, צוזאמען מיט די הנהלת בית הוראה, נאכדעם וואס במשך די יארן איז שטארק געוואקסן דער פארלאנג פון דעם ציבור צו האבן א באזונדערן בית דין מיט דיינים מומחים פאר דיני תורה און שאלות אין חושן משפט און אבן העזר.
אלס אב”ד פונעם נייעם בד”ץ איז נתמנה געווארן הרה”ג המפורסם רבי אשר חיים ווייזער שליט”א, פון די פיליעריגע רבני הכולל ובד”ץ טארטיקוב, וראב”ד בד”ץ דבר המשפט, וועלכער וועט שטיין בראש פון דעם נייעם בית דין.
פארלאפענע וואך איז אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א אין קרית יואל דער מעמד ההתייסדות, בהשתתפות בנו הגדול הגה”צ אבד”ק ור”מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט”א, דער עומד בראש הבד”ץ הגאון רבי אשר חיים ווייזער שליט”א, און די חברי הנהלת בית הוראה. במשך דעם מעמד האט דער רבי שליט”א אויסגעשמועסט די יסודות און הנהגות פונעם נייעם בית דין, אז אלעס זאל געפירט ווערן אויפ’ן העכסטן סטאנדארט, לויט די הנהגות פונעם בד”ץ אין קרית יואל.
דער רבי שליט”א האט ווארעם געוואונטשן די חברי ההנהלה מיט הצלחה אין זייער עבודת הקודש, און ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות פון פארברייטערן דעם כח התורה וההוראה לטובת דעם ציבור.
די בשורה האט ארויסגערופן גרויס פרייד צווישן חסידי סאטמאר און תושבי ברוקלין, און אין די נאנטע טעג וועלן נתפרסם ווערן די פולע פרטים איבער’ן נייעם בד”ץ און די דיינים מומחים וועלכע וועלן שטיין גרייט לדון ולהורות פאר’ן ציבור.
מיטוואך פ’ מטות מסעי • כ”ג תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש
פילע חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן דינסטאג באגלייט למנוחות הרבני החסיד הנגיד ר’ שמואל יהודה קאהן ז”ל פון בני ברק, מלפנים פון אוסטראליע, וועלכער איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין דעם טיפן עלטער פון 94 יאר, נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין דורות ל”ע.
ר’ שמואל יהודה’ס גאנצע לעבן איז געווען איין שטיק התקשרות צו צדיקים און גדולי ישראל, אנגעהויבן נאך פון די שווערע קריגס-יארן אין בודאפעסט, ווען ער האט זוכה געווען צו וואוינען בשכנות און זיין מקורב צו הרה”ק מבעלזא זי”ע, און שפעטער אין אמעריקע ווען ער האט זיך מסתופף געווען בצילו פון הרה”ק דער ריי”ץ מליובאוויטש זצ”ל.
ער איז געווען א באקאנטע און חשוב’ע פיגור אין פילע חסידישע קרייזן, סיי אין בעלזא און אין אסאך קהילות קדושות, און האט פארמאגט א נאנטן קשר מיט פילע גדולי ישראל זכר צדיקים לברכה ויבדלו לחיים טובים; צווישן זיי הרה”ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי”ע, הרה”ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי”ע, און נאך פיל.
א באזונדערע קשר האט ער פארמאגט מיט כ”ק אדמו”ר הרה”ק רבי יצחק מבוהוש זי”ע, צו וועם ער איז געווען איבערגעגעבן בכל נימי נפשו. ער איז געווען פון די גרעסטע שטיצער פונעם בוהושער הויף און זיך אפגעגעבן מיט דעם רבינס עניני רפואה, דער רבי זצ”ל האט אים טאקע פארשפראכן אז ער וועט אים מכיר טובה זיין בעולם העליון. אין זיין צוואה האט ר’ שמואל יהודה געבעטן מען זאל גיין מודיע זיין אויפן ציון פון דעם בוהושער רבי’ן זצ”ל איבער זיין פטירה, און אז די לוויה זאל דורכגיין דעם בית עלמין נחלת יצחק ביים מקום מנוחתו פונעם רבי’ן זצ”ל.
ר’ שמואל יהודה איז געווען א גרויסער בעל צדקה וואס האט פארטיילט גאר גרויסע סכומים פאר תלמידי חכמים, יתומים און אלמנות מיט א ברייטער הארץ. באזונדער האט ער געבויט פילע בתי מדרשים מקוואות, און מוסדות התורה, אין במיוחד האט ער געהאט א גרויס חלק אין דעם בנין ביהמ”ד הגדול אין קרית בעלזא וואו ער האט בשעתו מנדב געווען פאנטאסטישע סומעס.
די לוויה איז ארויס פון זיין שטוב אין בני ברק, וואו עס האבן זיך באטייליגט האדמו”רים מטשערנאביל, מאכנובקא בעלזא, בוהוש, קאזמיר, און נאך פילע רבנים חשובים, די מטה איז דורכגעגאנגען פארנט פון בית המדרש חוג חתם סופר אין שכונת זכרון מאיר, און איז דערנאך אנגעקומען צום בית המדרש בוהוש וואו עס האבן אפגעווארט די תלמידי הישיבות און א גרויסער עולם חסידים. עס האט דארט מספיד געווען הגאון רבי לייבוש טוביאס שליט”א, רב חסידי בוהוש, און דער בוהושער רבי שליט”א האט געזאגט קדיש לפני מיטתו. דערנאך איז ער געפירט געווארן צום בית החיים סגולה אין פתח תקוה וואו ער איז געקומען לקבורה.